Dedication List
click to view
click to view
Enter the Glogover shul, Beis Medrash Beis Arye Leibish, under the leadership of Harav Yechezkel Shraga Rubin Shlita — an elevated metropolis of kedusha; a center radiating with warm, uplifting Tefillos, vibrant Limud HaTorah, and an abundance of Ahavas Chaveirim and Chesed.
In the last three and a half years, the current location — a three-car garage — has quickly filled up, as many Yidden were kovea the shul as their makom l’Torah u’Tefillah. With new families constantly moving into the area, our beloved shul — even with its recent extension — has become too small.
Please help us accommodate our growing tzibur. Seize the opportunity and acquire everlasting zechuyos by helping us build our new mikdash me’at as we embrace the future.
Tizku l’mitzvos!

די געגנט פון טשעסטנאט רידזש/פערל ריווער אין די אומגעגנט פון מאנסי איז ב"ה פקיע שמיה פאר א געגנט ווי עס האבן זיך באזעצט – און עס טוהן זיך ב"ה ווייטער באזעצן – חשובע בני תורה, כולל יונגערלייט, און מרביצי תורה פון אלע שיכטן און קרייזן. אויך א גרויס טייל פון די תושבים וואס זענען עוסק על המחיה ועל הכלכלה זענען אליינס אידן תלמידי חכמים, יושבי אוהל פאר פולע שעות פון טאג. אשרינו חלקינו שזכינו לכך.
עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אזא געגנט איז ווי א מאגנעט פאר פולע משפחות וואס זוכן די ריכטיגע פלאץ ווי זיך צו באזעצן און אויפציען ערליכע אידישע דורות לה' ולתורתו. און טאקע, יעדע הויז וואס קומט ארויף אויף די מארקעט ווערט בליץ שנעל פארכאפט דורך משפחות וואס זענען מסולתה ומשמנה פון תושבי ניו יורק והגלילות. כן יעזור ה' הלאה.
א גולת הכותרת פון דער "ירושלים של ראקלענד" איז די ביהמ"ד בית ארי' ליביש גלאגוב, וואס איז נתייסד געווארן לעי"נ און על שמו פון הגה"צ רבי ארי' ליביש יצחק רובין זצ"ל אבד"ק גלאגוב, און שטייט בראשות פון בנו הרה"ג רבי יחזקאל שרגא רובין שליט"א אבד"ק גלאגוב-מאנסי.
אין די קורצע 3 ½ זינט איר גרינדונג האבן זיך קובע געווען אין די ביהמ"ד די עידית שבעידית פון די תושבי השכונה שיחי'. פון ראשי כולל און מגידי שיעור ביז כולל יונגערלייט און בעלי בתים חשובים. יעדע וואס טרעט נאר איבער די שוועל פון די גלאגוב'ער ביהמ"ד איז מעיד אז די לופט און די אויר אין די בית מקדש מעט איז כל כולו העכערקייט און דערהויבענקייט, ווארעמקייט און ברען, ווי די איינציגע שטרעבונג פון יעדע באזונדער איז תורה, עבודה, און גמ"ח מיט א שלימות און חביבות.
און יעצט אויף למעשה! ב"ה מיט די שנעלע וואוקס, איז די קליינע 3 קאר גאראדזש שוין געווארן צו קליין און ענג להכיל את באי בית ה' – און עס פעהלט זיך וויכטיג אויס א פרישע און רחבותדיג פלאץ צו קענען דינען די ציבור ההולך וגדול קע"ה.
די ארבעט האט זיך שוין ב"ה אנגעפאנגען און מען איז ממשיך פאראויס אויף אלע פראנטן און מיטן פולן אימפעט.
מיט אייער נדבה היינט וועט איר האבן א שטארקע חלק צו קענען האבן די פלאץ גרייט נאך פאר די הייליגע טעג פון תשרי תשפ"ז לפ"ק הבעל"ט!




