Totty, I want to go to Shul already!
Totty, when will the dancing start? I am so excited.
Purim is a time for joy. Everyone gets excited on the first day of Rosh Chodesh Adar. The children can barely wait for…
…Their Father to take them to Shul.
…Their Mother to serve the delicious meals.
…Their parents to take them to their Teacher and Rebbes for Mishloach Manos.
״טאַטי, ווען גיי מיר אונז שוין צו מיין רבי טראָגן משלוח מנות״…?
״טאַטי, קוק! כ׳האָב באַקומען יעצט פּורים-געלט פון זיידי״…!
פּורים און טאַטי. פּורים און מאַמי
דאָס איז דער יום טוב.
דער טאַטע, די מאַמע, מיט זייערע זיסע לעכטיגע נשמה׳לעך.
אַגאַנץ יאָר חלומ׳ן די קינדער פון דעם ליכטיגן יום טוב, דער פרייליכסטער טאָג אין יאָר.
טאַטי גייט אים נעמען אין שול. ער גייט שטיין נעבן טאַטי און אַריינקוקן אין זיין ״עכטע מגילה״.
טאַטי גייט טרונקען וויין און זיין פרייליך. מ׳גייט טאַנצן. מ׳גייט מאַכן אַ סעודה. מענטשן גייען קומען, מ׳גייט טאַנצן און שפּרינגען.
אוי ווי פרייליך; אוי ווי גליקליך, אַ מחי׳!
״טאַטי, קוק! כ׳האָב באַקומען יעצט פּורים-געלט פון זיידי״…!
פּורים און טאַטי. פּורים און מאַמי
דאָס איז דער יום טוב.
דער טאַטע, די מאַמע, מיט זייערע זיסע לעכטיגע נשמה׳לעך.
אַגאַנץ יאָר חלומ׳ן די קינדער פון דעם ליכטיגן יום טוב, דער פרייליכסטער טאָג אין יאָר.
טאַטי גייט אים נעמען אין שול. ער גייט שטיין נעבן טאַטי און אַריינקוקן אין זיין ״עכטע מגילה״.
טאַטי גייט טרונקען וויין און זיין פרייליך. מ׳גייט טאַנצן. מ׳גייט מאַכן אַ סעודה. מענטשן גייען קומען, מ׳גייט טאַנצן און שפּרינגען.
אוי ווי פרייליך; אוי ווי גליקליך, אַ מחי׳!
The highlight of Purim is the Seudah, where the family comes together and enjoys a festive Yom Tov meal with music and good cheer. The scene is familiar to us all. The father is sitting at the head of the table and bursts out in song while the mother brings in the piping hot “holoptches”. Dancing groups of tzedakah collectors take over the room at random intervals. Wherever you look, you see happy faces.
But, what about those families who are missing an essential element to complete the above scenario. The families who are missing their father or their mother. The hundreds of children who dread the upcoming Yom Tov? Making a seudah at home is practically impossible. Every Yom Tov they shlep to different neighbors, relatives, or friends. The once festive atmosphere is no more; it is instead replaced by unease. Even the joyous Yom Tov of Purim is marred by the inability to host their own family.
Instead of thinking of exciting Purim shtick, they daydream about having a normal family seudah at home, why should they be any different?
This past year, unfortunately, we experienced a tragic world-shattering event. The gaping hole that Covid-19 left in our community will never be refilled. Hundreds of new widows, thousands of new yesomim, the heart-wrenching reality is almost too much to bear.
We cannot return their parents to them, but we CAN, and we MUST restore a modicum of joy in their lives. Especially on a Yom Tov like Purim,it is our responsibility that they again experience some of the old excitement.
If only they would be able to pull off a Seudah at home, what a difference it would make to their families.
Project YedidbyMisaskim has a mission, to bring the joy of Purim to those who need it. They package, distribute, and deliver thousands of fully prepared meals to hundreds of families. Volunteers are busy the whole week before Purim delivering all over the tri-state area. This year, since Shabbos is right after Purim, they will be providing the Shabbos meals as well. In addition to that, 120 new families were r”l added this year alone to the list.
Together with your help, Yedid will deliver 10,000 meals as Mishloach Manos to over 400 families.
A new scene now unfolds, it is the week of Purim, and the widow hears a knock on the door. A volunteer with a huge smile drops off boxes of fully prepared meals, more than enough to make a Purim seudah and the subsequent Shabbos seudahs.
L’YehudimHaysaOrah!
The anxiety turns into relief. The discomfort into relaxation. The unhappiness into joy.
Now, they will be able to make a complete Purim seudah like in the past. It looks like there may even be enough to invite over some relatives and actually hostthe seudah for a change.
A seudah that will finally bring a smile to her children’s faces.
This scenario will repeat itself over 400 times, each time different but with the same end result -A rediscovered joy.
Will Project Yedid be able to pull it off?
It is up to YOU!
Help them cover their $500,000 budget, and Project Yedid will illuminate their Yom Tov through YOU!
אָבער, דאָס אויג לאָזט אַ טרער יעצט, ווען מ׳דאַרף דאָס פאָלגענדע זאָגן
דעם יאָר גייען הונדערטער קינדערלעך חלומ׳ען פון עפּעס אַנדערש.
חלומ׳ען פון האָבן אַ טאַטע!
אַן עכטע טאַטע, אַ טאַטע וואָס האָט זיי געבוירן, און וואָס האָט זיי אמת׳דיג ליב.
נישט אַ שול-טאַטע, נישט אַ פארהערן-טאַטע, נישט אַ רחמנות-טאַטע.
הייליגער באַשעפער, דו ווייסט דאָך וואָס איך מיין, און וואָס מיין יונג צעשמעטערט הערצעלע וויל: אַן עכטע טאַטע, אַ טאַטע וואָס האָט זיי געבוירן, און וואָס האָט זיי אמת׳דיג ליב.
נישט אַ שול-טאַטע, נישט אַ פארהערן-טאַטע, נישט אַ רחמנות-טאַטע.
הייליגער באַשעפער, דו ווייסט דאָך וואָס איך מיין, און וואָס מיין יונג צעשמעטערט הערצעלע וויל: אַן עכטע געטרייע לעכטיגע ט-אַ-ט-ע!
אַ פּורים אָן אַ טאַטע.
אוי, זאָל דער הייליגער באַשעפער אָפּהיטן.
וואו קען מען דאָס פאַרשטיין?
טונקל. טרויעריג. פאַראומערט. צעבראָכן. חרוב.
די מאַמע, די צעבראָכענע אלמנה, קוים וואָס זי קען אַליין זיך מטפּל זיין מיט די שטוב. נישטאָ קיין סעודה.
נישטאָ קיין פרייליכקייט. נישטאָ קיין לעבעדיגקייט.
דער טאַטע, דער קרוין פון די שטוב, איז נישטאָ מער.
און די קינדערלעך? די יתומים׳לעך? זיי לעכצן נאָך אַ יום טוב! זיי לעכצן פאַר אַן עכטע פּורים! אַביסל פרייליכקייט
פון פּורים תש״פ — ביז פּורים תשפ״א.
דאָס האַרץ רייסט לעבעדיגע שטיקער פון זען דעם ציפער וויפיל ״פרישע יתומים״ ס׳זענען צוגעקומען דעם יאָר!
די ביטערע פּאַנדעמיע האָט געריסן לעבעדיגע שטיקער פון כלל ישראל. גרויזאַם דורכגעריסן אידישע שטיבער און זיי צעשמעטערט. ה״י.
אַזויפיל טייערע טאַטעס פון כלל ישראל זענען ליידער אַוועקגענומען געוואָרן, אין אַזעלכע שוידערליכע אומשטענדן אַז ס׳איז פּחד פּחדים.
יעצט קומט אָבער פּורים
און פּורים מוז פרייליך זיין!
די טייערע יתומים׳לעך, די טייערע אלמנות, מוזן האָבן אַ אַ פּורים!
יתומים זענען כלל ישראל׳ס קינדער. דעם הייליגן באַשעפער׳ס בן יחיד׳לעך.
און מיר מוזן פאַר זיי זיך זאָרגן.
ניין, מיר קענען זייער טאַטע, זייער מאַן, זייער שפּייזער, זייער קרוין, נישט צוריקברענגען.
אָבער מיר קענען יאָ, מיר דאַרפן יאָ, מיר מוזן יאָ, פאַרזיכערן אַז זיי גייען האָבן אַ פרייליכן פּורים.
לעבעדיג. פרייליך. ליכטיג. לוסטיג. טאַנצעדיג.
וויאֵַזוי?
מיר גייען זיי שיקן ״משלוח מנות״, מיט די גאַנצע געשמאַקע נאַרהאַפטיגע ״יום טוב סעודות״ אויפ׳ן טייערסטן און געשמאַקסטן אופן!
דאָס לייכט אויף זייער יום טוב!
שטעלט אייך פאָר.
תענית אסתר נאכמיטאג קלאפּט אַריין אַ העפליכער שמייכלדיגער וואָלונטיר ביים טיר, און נעמט זיך אַריינברענגען באַקסעס.
דאָרט ליגט די געשמאַקסטע בעסטע עסנס, די טייערסטע פליישן, די בעסטע צושפּייזן, אַלעס פון וואָס מ׳קען נאָר חלומ׳ען. היימיש אָפּגעקאָכט, פריש און הערליך געפּאַקט געשיקט מיט האַרץ און נשמה.
אין שטוב ווערט פרייליך, אויפגעלייגט, מונטער, אויפגעראָכטן!
אָה, עס קומט אַ פּורים. עס גייט דאָ זיין א סעודה!
אַנשטאָט גיין זיך אָנלייגן ביי יענעם, גייען מיר דאָ קענען מאַכן אַ סעודה אינדערהיים, און נאך רופן אונזערע קרובים, זיי ארייננעמען דאָ, און זיי סערווירן פון דאָס שענסטע און בעסטע.
דאָס גייט זיין אַזוי געשמאַק. אַזוי פרייליך. אַזוי לוסטיג.
ס׳גייט זיך שפּירן אַ לעבעדיגקייט אין שטוב.
אַוועק גייט די טרויער. פאַרטריבן ווערט די חשכות.
ס׳קומט אַ ליכטיגיקייט, ליתומי״ם היתה אורה ושמחה וששון ויקר.
די פאַרקלעמטע פּנימ׳לעך פון די זיסע יונגעלעך, די צאַרטע מיידעלעך, שטראַלן פון פרייד.
און אויבן אין הימל קוקט דאָס דער הייליגער באַשעפער צו. די הייליגע שכינה אַליין פרייט זיך צו זען די שמחה אויף די צעבראָכענע נשמות.
יאָ, אָט דאָס איז ״פּראַזשעקט ידיד״.
אַריינברענגען דעם פּורים אין די צעבראָכענע, פאַרקלעמטע, צעשאָסענע הערצער.
פאַרזאָרגן די אלמנות ויתומים וואָס קיינער אַנדערש זאָרגט נישט פאַר זיי, זיי צו דערפרייען אין דעם יום טוב ווען אין יעדע אידישע שטוב איז פרייליך
. און דאָס איז אונזער אַלעמענ׳ס אויפגאַבע. אונזער אַלעמענ׳ס זכי׳!
דעם פּורים תשפ״א גייען מיר ווערן די בעסטע גוטע פריינד, די האַרציגסטע ידידים פון די פאמיליעס וואָס האָבן פאַרלוירן איינער פון זייער עלטערן !
דעם פּורים גייען מיר זיין אמת׳דיג פרייליך, וויסנדיג אַז מיר האָבן נישט געלאָזט אַ אידישע שטוב בלייבן חושך און טרויעריג אין דעם הייליגן יום טוב!
עפן דיין האַרץ, פאַר דאָס צעבראָכענעאלמנה!
מאַך אויף דיין טייסטער, פאַר די פארלוירענע יתום'ל!
זיי אַ ידיד ה׳, זיי אַ ידיד היתומים, ווייל דער רבוש״ע זאָרגט פאר זיי!
טייערער איד:
ביי דיר איז ״אורה ושמחה וששון ויקר״?
ברוך ה׳, דאנק און לויב!
געדענק אָבער די אלמנות און יתומים וואָס בעטן זיך מיט פאַרקלעמטע הערצעלעך: : ״כן תהי׳ לנו״! שענק א נדבה, שיק א משלוח מנות, געב זיי אַ סעודה.
שיק זיי שמחה, און שטראַל אַן ״אורה״ אין זייערע שטיבער, אַ ״שמחה״ אין זייערע הערצער, אַ ״יקר״ אין זייערע געפילן!
אין דעם זכות וועלן מיר שוין אַלע אויפגעראָכטן ווערן מיט אַ גענצליכע שמחה.
אשריך! דו ביסט אַ ריכטיגער ידיד!
Read More

Donate Now
View 30 Raisers
Become a Raiser
YOU can illuminate their Yom Tov!
Family Purim Seudos Sponsored
27%
Seudos
109.25
total
400
Shabbos Boxes Sponsored
4%
total raised
16
goal
400