Click here to View Endorsements
It’s unbelievable
It sounds like a tragic story from centuries ago; it is almost impossible to fathom that in today’s modern world, such a heartbreaking situation could still unfold. Yet unfortunately, this is a stark, painful reality taking place now, right here in New York.
Without going into every complicated and painful detail of this devastating saga, here is a brief look at what is happening behind the scenes—and how it is crushing a fine, cherished yungerman and his respected family.
Chaim was a gentle, respected father, working hard to earn an honest living. Then, due to unforeseen circumstances, he suddenly found himself deeply entangled in a severe, unwanted ordeal. Now, a devastating court sentence of long years languishing in prison hangs over him, threatening to shatter his young wife and innocent children.
Yes! There is Hope!
As soon as the details reached our dedicated askanim, they threw themselves into the case with heart and soul. Countless emergency meetings were held between the askanim and the top legal experts. After tireless work, a strategic legal plan was developed—one that can, with Hashem’s help, clear this yungerman’s name, remove the heavy decree hanging over him, and save him and his entire family.
A Call from the Rabbonim and Askanim
The entire case is being closely guided and directed by leading Rabbonim, who are deeply involved in every detail of the situation, along with the close involvement of premier experts and askanim in the realm of Pidyon Shvuyim—led by the holy Tzedek organization, which has personally endorsed this effort.
At the forefront stands a warm letter of endorsement and support written by the renowned Gaon, Rabbi [Name] Spitzer, Shlit”a, Rav of [Name] in Boro Park. Additionally, a detailed legal overview has been provided by top defense attorney Susan Nechles, emphasizing the critical importance and urgency of this campaign.
Klal Yisroel Rallies to Save a Brother
Klal Yisroel is gearing up for a massive campaign—a true testament to the beauty and compassion of the Am HaChesed, who will step up with heart and soul to rescue a brother in distress.
While prosecutors involved in the case are determined to see him sentenced to years behind bars, Klal Yisroel—bound by deep unity and devotion—is standing up with one goal: to see him completely cleared and freed from all charges as quickly as possible.
Win a Magnificent Yom Tov Table with Majestic Silver pieces!
In conjunction with this Pidyon Shvuyim campaign, an extraordinary raffle is being launched! Donors—from $1 to $500—will have the incredible opportunity to win a breathtaking set of magnificently crafted silverware valued at $50,000, ready to adorn your Yom Tov table this coming month of Tishrei.
עס לאזט זיך נישט גלייבן.
עס הערט זיך טאקע ווי א פארצייטישע געשיכטע פון דער מיטל-אלטער תקופה, עס גלייבט זיך שווער אז אין די היינטיגע פארגעשריטענע וועלט שפילט זיך אפ אזא ווייטאגליכע פרשה. אבער ליידער איז עס א הארטן און הארץ רייסענדער פאקט, וואס שפילט זיך אפ אין די לעצטיגע תקופה דא אין ניו יארק.
אן אריינגיין אין די קאמפלעצירטע און ווייטאגליכע דעטאלן פון די שוידערליכן פרשה, לאמיר אייך געבן עטוואס א קורצן אריינבליק אין וואס עס שפילט זיך הינטער די קוליסן און וויאזוי עס קלאפט אויס אויף א טייערן, היימישן אינגערמאן.
א איידעלן ראש משפחה וואס ארבעט שווער על המחיה ועל הכלכלה איז חיים געווען, אבער צוליב אומפאראויסזעענדע אומשטענדן האט ער זיך פלוצלינג געפינען טיף פארוויקלט אין א אומגעוואונטשענעם שווערן פרשה, בעת וואס א ווייטאגליכע געריכט אורטייל פון לאנגע יארן שמאכטן אין א ענגער טורמע צעל שוועבט אויף אים, און דאס באדראעט זיין יונגע בני בית און אומשולדיגע קינדערלעך.
! עס איז דא א שטראל פון האפענונג!
ווי נאר די דעטאלן פונעם פרשה האבן געגרייכט צו די אויערן פון די געטרייע עסקנים האבן זיי זיך תיכף ומיד אריינגעווארפן אין דעם פרשה מיט זייער גאנצער לייב און לעבן. אומצאליגע זיצונגען און דרינגענדע אסיפות זענען אפגעהאלטן געווארן צווישן די עסקנים און די סאמע גרעסטע לייבן אין די וועלט פון געזעצליכע אדוואקאטן און געריכטליכע עקספערטן. נאך א לאנגע תקופה פון איבערמידליכע ארבעט איז אויסגעארבעט געווארן א לעגעלן קלארן מהלך ארויס פון דעם שווער פארוויקעלטן פרשה, וואס וועט בס"ד ריינוואשן דעם אינגערמאן פון דעם שווערן גורל וואס שוועבט איבער זיין קאפ און מיט דעם ראטעווען אים מיט זיין גאנצע משפחה.
רוף פון די גדולי הרבנים און געטרייע עסקנים
דער גאנצער קעיס ווערט נאנט באגלייט און דירעקטירט דורך גדולי רבני דורנו, וואס זענען טיף פארוויקעלט אין דעם פרשה און אלע אירע פילצאליגע דעטאלן. אזוי אויך ווערט דער קעיס באגלייט פון דער נאנט דורך די גרעסטע מומחים און עסקנים אין די וועלט פון פדיון שבויים - ובראשם די הייליגע ארגעניזאציע 'צדק' וואס האט פערזענליך ארויסגעשטעלט זייער אינדארסירונג און שטיצע צום קעיס.
אין שפיץ דערפון שטארצט ארויס דעם מכתב תמיכה ועידוד אפגעשריבן דורך הגאון הגדול רבי ?? שפיצער שליט"א אבדק"ק ?? אין בארא פארק, אזוי אויך א דעטאלירטן בריוו פון א לעגעלן שטאנדפונקט געשריבן דורך דער אדוואקאט Susan Nechles, וואס שטרייכט אונטער די אחריות און וויכטיגקייט פונעם קאמפיין.
כלל ישראל אנטשלאסן ריינצואוואשן א ברודער
כלל ישראל גרייט זיך צו א מאסיווער בליץ קאמפיין ווי עס וועט זיך ארויסשטעלן די שענסטע קאלירן פון דעם עם החסד, אידן וועלן זיך אריינלייגן מיט לייב און לעבן צו אויסצולייזן און ראטעווען א ברודער בעת צרה.
די פראקורארן פארמישט אין די קעיס זענען טאקע אנטשלאסן אין צו זעהן פאראוטיילט צו לאנגע יארן אין טורמע, אבער כלל ישראל מיט אן אומגעהויערן געפיהל פון אחדות און געטריישאפט איז דא מיט דער קלארן ציהל אים צו זעהן ריינגעוואשן און פריי פון אלע קלאגעס ווי אמשנעלסטן.
געווינט א הערליכן יום טוב טיש, מיט מייעסטיטשע זילבער שטיקער
אין צוזאמענהאנג מיט דעם פדיון שבויים קאמפיין ווערט ארויסגעשטעלט א זעלטענעם גורל ווי די נדבנים, פון איין דאללער ביז פינף הונדערט דאללער, וועלן האבן די מעגליכקייט צו געווינען א הערליכע סעט פון מייעסטיטש אויסגעשניצטע זילבער שטיקער אין ווערד פון $50,000 צו באשיינען אייער יום טוב טיש, דעם קומענדיגער חודש תשרי תשפ"ז הבעל"ט.