About

קהל תפארת אליעזר איז נתיסד געווארען בשנת תשמ"ז אין א קליינע אויסגעגראבנע בעיסמענט מיט א קליינע צאל מתפללים ווארמע חסידים ומעריצים וואס האבן געשטרעבט צי א חסידישע סביבה תחת הדרכת הגה"צ אבדק"ק שליט"א

היינט ציטאג דריי און דרייסיג יאר שפעטער האט זיך עס אויסגעשטעלט צי זיין איינס פון די גרעסטע תורה פעסטונגען אינעם רוישיגע עיר ואם בישראל בארא פארק ווי הונדערטע בחורים און אברכים מסלתה ומשמנה פון לומדי תורה זיצען און הארווען מיט א געשמאק תחת הדרכת המאור הגדול הגה"צ די רב שליט"א

קהל תפארת אליעזר באשטייט היינט פון א הערליכע קהילה ווי עס דאווענען אין קלעמרען זיך א הערליכע אחדותדיגע ציבור פון חסידישע ווארמע אידן וואס טרינקען מיט דארשט פון די מעיין המתגבר את המעשה אשר יעשון

א ישיבה גדולה חד במינה וויא עס לערנען צענדליגע חשובע בחורים מיט פלייס און ברען אינטערן אויפזיכט פון די חשובע כלי קודש וואס געבן זיך אפ צי יעדען באזינדער מיט א זעלטענע געטריישאפט

א מבצר הכוללים ווי קרוב צי הינדערט אברכים זיצען אין לערנען און די פילע צאהל חבירות די שווערסטע מקצואת פין הלכות שבת אין יורה דעה אין א זעלטענע גישמאקע אין תורה'דיגע אטמאספערע

ווי פארשטענדליך אויסציהאלטען די אלע תורה'דיגע פראיעקטען טוט אפקאסטען שווערע כוחות אין געלטער א באדזשעט פין איבער מיליאן דאללער יערליך וואס הויערן אויף די אקסלען פין הגה"צ די רב שליט"א

ע"כ האבן מיר זיך אינטער גענימען די יום שכולו תורה קאמפיין ווי די חשובע תלמידים אין ידידים פין הגה"צ די רב שליט"א וועלן איינאיינעם זיצען אין לערנען גאנץ ש"ס אין איין טאג אויף צי אויפטרייבען גרויסע שטיצע גרינגער צי מאכן דאס עול פון הגה"צ די רב שליט"א

טייערע חשובע תומכי תורה לא מירנישטפארגעסן אין סגולה כתורה קניפט אייך אן שותפות מיט דיהייליגע פירווענטפונעם בית התלמיד שמשם תצא הוראה לישראל רופט אייך א ןווארעם בלב ובנפש מיט סכומים הגונים אין זייט זוכה צי דעם אורך ימים בימינה ובשמאלה עושר וכבוד