Welcome To My Donation Page

Yosef Mendel Perlstein

total raised
16560
goal
50000
Recent Donors
  • Bloomingburg Homes LLC
    $10,000
  • יוסף מענדל כ''ץ
    $1,800
    לכבוד ש"ב חזק ואמץ
  • Family Friedman
    $1,000
  • מאיר פריעדמאן
    $1,000
    לכבוד חתני היקר הרב יוסף מענדל
  • Blum
    $720
  • הנהלת קרן חתנים
    $500
    לכבוד העסקן הנמרץ ר' יוסף מענדל הי"ו חבר הנהלת קרן חתנים העומד תמיד בלו"נ לימין הקופה, ולימין מאות המחותנים בעת שמחתם ובחדא מחתא .... להעסקן ר' אלטר ראזענבערגער ני"ו אשר שם לילות כימים להצלחת המסיבה והמגבית בעיר בלומינגבערג שכרכם הרבה מאוד ותהא משכורתכם שלימה! מאת חברי הנהלה וחברי וועד הפועל "קרן חתנים ד'סאטמאר
  • P S Schwimmer
    $360
  • Yosef Schwimmer
    $180
    in honor of Josef Mendel Perlstein
  • Y Klagsbald
    $100
  • H. Green
    $100
  • Eliezer Zisya Perlstein
    $100
  • Yoel Br"z Yakobovich
    $100
    chizki ve'imtzy
  • Berl Stein
    $100
  • Chesky Reisman
    $100
  • Yoel Friedman
    $100
  • YOEL SCHNITZLER
    $100
  • בערל פרענקל
    $100
  • שלום גאלדרינג
    $100
View All
פערזענליכע בקשה

אל מעלת כבוד ידידינו היקרים, אנשי שלומינו, חברי קהלתינו הק'

ווי באקאנט זענען חשוב'ע עסקנים ואישי הציבור פון קהלתינו הק' אריינגעשפרינגען אין די לעצטערע יארן, צו גרונדן א נייעם היימישן ישוב אין בלומינגבורג, כדי צו העלפן לינדערן דעם שווערן מצב פון דירות אין דער שטאט ניו יארק, און עס איז שוין אריינגעלייגט געווארן אומערמידליכע כוחות, דמים תרתי משמע, דורך מסירת נפש'דיגע עסקנים, חברי הנהלת קהלתינו הק' ובראשם כ"ק מרן אדמו"ר שליט"א.

בסייעתא דשמיא זעהט מען שוין ב"ה פירות פון די שווערע הארעוואניע, און דורכאויס די לעצטע פאר יאר האט מען בעז"ה באוויזן דורכצושוויצן דעם שווערסטן חלק פון דעם כל התחלות קשות, מיט'ן דורכברעכן שווערע ביוראקראטישע טויערן, און ערנסטע לעגאלע און טעכנישע פראצעדורן וואס האט אריינגעצויגן אין אויסטערלישע עסקנות און געלטער.

מאמענטאל שטייט מען ביי א תקופה ווען מען דארף באפעסטיגן די יסודות פונעם נייעם ישוב, און צושטעלן אלע געברויכן ברוחניות ובגשמיות, בפרט א פעסטע רוחניות'דיגע יסוד לתורה ולחינוך, צו פארזיכערן אז די אלע כוחות וואס מ'האט אריינגעלייגט זאלן נישט גיין ח"ו לריק, און דאס שטעטל זאל קענען פארזעצן צו וואקסן און בליען לשם ולתפארת.

הנהלת קהלתינו ומוסדותינו הק' האבן שוין אינוועסטירט גרויסע כוחות אוועקצושטעלן מוסדות הק' לשם ולתפארת, עס איז אויפגענומען געווארן א געלונגענע שטאב פון מחנכים ומחנכות, מלמדים, מנהלים ומנהלות, פאר די תינוקות של בית רבן, בנים ובנות. אין די זעלבע צייט וואס די מוסדות הק' זענען אויסטערליש מצליח אינעם רוחניות'דיגן זין, פלאגט מען זיך זייער שטארק צו דעקן די טאג טעגליכע הוצאות, און צו קענען באצאלן די איינגעשטעלטע, וויבאלד עס איז א נייער מוסד וואס איז נאכנישט אוועקגעשטעלט אויף לאנגיעריגע פינאנציעלע פונדאמענטן.

דעריבער ליגט א הייליגער אחריות און התחייבות אויף אונז אלע תלמידי וחסידי סאטמאר, צו קומען צו הילף פאר אונזערע ברודער אין בלומינגבורג אין אזא קריטישע מצב, און מיר זענען מחיוב זיי צו שטעלן א פעסטע רוקנביין און העלפן אוועקשטעלן די מוסדות הק' אויף שטארקע פינאנציעלע יסודות, וואס וועט צונוץ קומען לדורי דורות.

היינט צו טאג ווען מען כאפט א בליק אויף די פילע היימישע ישובים און מוסדותינו הק' בכל אתר ואתר, און מען זעהט וואו עס בליעט און וואקסט לשם ולתפארת, קוקן מיר צוריק מיט קנאת סופרים געפילן אויף די ראשונים לדבר מצוה, די נגידים החשובים און נדיבים בעם וועלכע האבן געהאט די זכי' אין די בראשית יארן צו שטיין לידם פון רבותינו הק' זי"ע ויבלחט"א פון רבינו שליט"א אוועקצושטעלן דעם מבצרים אדירים לתורה ולחינוך.

אצינד האבן מיר אלע די געלעגנהייט זיך אנצושליסן אין אזא הייליגן אונטערנעמונג, וואס וועט אוועקשטעלן א סאטמארער שטאט און מוסדות הק' אויף לאנגע יארן. ווי גליקליך וועלן זיין די וועלכע וועלן האבן די זכי' אנטייל צו נעמען אינעם אויפבוי פון די מוסדות הק' אין בלומינגבורג, און וועלן פאראייביגט ווערן אלס די בונים וועלכע האבן געהאלפן אוועקשטעלן דער צוקונפטיגער גרויסער עיר ואם בישראל און די רוחניות'דיגע יסודות.

דעריבער קומען מיר צו אייך מיט א פערזענליכע בקשה: זייט אייך משתתף מיט גרויסע סכומים צו דעם יעצטיגן קריטישן קאמפיין, און נעמט א חלק אויפצובויען מוסדותינו הק' אין בלומינגבורג. מיר טארן נישט לאזן פאלן אונזערע עסקנים און חברי קהלתינו הק', און מיר דארפן זיך אנשטרענגען מיט די מאקסימאלסטע שטיצע פאר דעם צוועק.

דער געוואלדיגער זכות פון זיין א בונה בית לד' ולתורתו זאל אייך באגלייטן לעד ולנצח נצחים, און איר זאלט געבענטשט ווערן בכל משאלות לבכם לטובה, בני ברוכי, חיי ארוכי ומזוני רויחי, ביז מיר וועלן זוכה זיין צו מקבל זיין פני משיח צדקינו, ומלכינו בראשינו, בב"א.

בכבוד ובהערצה

יוסף מענדל פערלשטיין