ב"ה
אויפ'ן ציון הק' פון פועל ישועות און תל תלפיות
כ"ק אדמו"ר רבי שמואל שמעלקי לייפער מחוסט זצוק"ל
אין בית החיים הר שלום אין מאנסי געגענט
גדולים צדיקים במיתתם יותר מבחייהם.
די צדיקי הדור, די עיני העדה, וואס 'בחייהם' זענען זייערע אויגן אייביג געווען אפן פאר כלל ישראל, און זייערע הערצער ברייט אויפגעפּראלט צו העלפן א צווייטן איד אין זיין נויט, זענען געוויס 'במיתתם' אויף א העכערע מדריגה צו קענען ממשיך זיין אין טראגן דעם 'משא העם' און משפיע זיין פון גן עדן ברכות און ישועות פאר אידן.
און ווער דארף דען נישט היינט ישועות?
זינט דאס הסתלקות פון כ"ק מרן אדמו"ר רבי שמואל שמעלקי מחוסט זצוק"ל מיט צוויי יאר צוריק, איז דער ציון המצויינת פון דער חוסטער רבי אין ביה"ח הר שלום אין מאנסי פארוואנדלט געווארן אין א מקום ישועות פאר צרכי בית ישראל. אידן פון אלע שיכטן און קרייזן קומען אהין מתפלל זיין און מעורר רחמים זיין ביים צדיק וואס איז בחייו געווען אינגאנצן איבערגעגעבן פאר כלל ישראל, ער זאל זיין זייער שליח נאמן פאר'ן כסא הכבוד און זיי ברענגען א ישועה פון מקור הברכה.
באזונדער איז דער חוסטער רבינ'ס ציון א תל תלפיות און אבן שואבת פאר עלטערן וואס זייערע בחורים מוטשען זיך צו ווערן אנגענומען אין א ישיבה און וואס קוקן ארויס אויף נחת פון זייערע קינדער.
ווי באקאנט, האט דער חוסטער רבי מקדיש געווען זיין לעבן פאר דער יוגנט, און צוגעצויגן צו זיך אומצאליגע יונגע נפשות וואס האבן זיך געראנגעלט פאר זייער הצלחה אין ישיבה, און מיט זיין געבענטשטע השפעה און הדרכה, איינגעוויקלט מיט פאטערליכע ליבשאפט צו יעדן אייניציגן קינד און בחור, האט ער בסייעתא דשמיא באוויזן נפלאות, להוציא יקר מזולל און אויפצוהייבן אידישע נשמות פון ייאוש און צווייפל צו א זיכערע הצלחה. אזויפיל יונגע בחורים וואס האבן נישט געפונען זייער פלאץ אין ישיבה און זייער עתיד האט ליידער אויסגעזעהן פארנעפלט, האט ער ערוועקט צו יראת שמים און התמדת התורה, און צוריקגעשטעלט דעם גלאנץ אין זייערע אויגן אויף אייביג. אלס ראש ישיבת תורת חסד און לאנגיאריגער מרביץ תורה איז דער הצלחה פון דער יוגנט געווען אין זיין שפיץ אינטערעס.
עס איז דערפאר נישט קיין וואונדער וואס אזויפיל פארצווייפלטע עלטערן דערציילן איבער ישועות וואס זיי האבן אין דעם געביט געזעהן ביים ציון פון חוסטער רבי זצוק"ל. שטייענדיג ביים ציון מיט אן ערנסטע תפלה צום רבש"ע אויף זייערע ליפן, האבן זיי שוין געפילט דאס ווארעמקייט פון דער מנהיג ישראל וואס האט כל ימיו געבלוטיגט און געטוען פאר בחורים וואס זענען נישט מצליח. אוועקגייענדיג פון ציון האבן זיי תיכף דערשפירט ווי א שטיין איז זיי אראפגענומען געווארן פון הארץ, און די ישועה האט טאקע נישט געשפעטיגט צו קומען, מיט א וואונדערליכע שינוי לטובה וואס האט אפטמאל געברענגט צו א מהפיכת הנפש ממש.
הרה"ק בעל מאור ישראל מסקולען זצוק"ל האט מיט יארן צוריק געזאגט בזה"ל: אין יעדן דור איז דער שליסל פון חינוך הבנים אין די הענט פון אן אנדערן צדיק, און אין אונזער דור איז עס אין די הענט פון חוסטער רבי!
און ווען מ'האט לעצטענס דערציילט פאר בנו כ"ק אדמו"ר ר' ישעי' יעקב מסקולען זצוק"ל איבער די ישועות אין חינוך הבנים וואס מען זעהט ביים ציון פון חוסטער רבי זצוק"ל, האט ער מיט א פשטות געזאגט כהאי לישנא: ס'איז גארנישט קיין וואונדער, ווייל אויף דער וועלט האט דער חוסטער רבי אוועקגעגעבן זיין פלייש און בלוט פאר כלל ישראל, קען ער דאך ווייטער זיין א פועל ישועות, גדולה צדיקים במיתתם יותר מבחייהם...
די נפלאות וואס מען זעהט ביים ציון פון חוסטער רבי זצוק"ל זענען ענדלאז און נישט דא איז דאס ארט אויסצורעכענען ישועות איינס ביי איינס. אבער אט איז א געשיכטע וואס האט לעצטנס פאסירט:
א איד פון בארא פארק, וואס האט זיך עטליכע יאר געמוטשעט מיט געזונט, האט זיך קריטיש גענויטיגט אין א לונגען-טראנספלאנט ל"ע, מען האט אבער נישט געקענט טרעפן פאר אים א צוגעפאסטן לונג, און אזוי האט ער נעבעך געווארט מיט די נשמה אין די הענט פאר אנדערטהאלבן יאר, ביז ער האט באשלאסן ארויסצופארן קיין מאנסי צום ציון פון חוסטער רבי זצוק"ל.
שפעט ביינאכט האט ער נאך גרויס שוועריקייטן אויפגעזוכט דעם ציון, און דארט אויסגעגאסן זיין צובראכן הארץ, בעטנדיג אז פון הימל זאל מען אים צושיקן א פאסיגן לונג. דעם נעקסטן אינדערפרי, בלויז געציילטע שעה שפעטער, האט מען אים גערופן מיט די בשורה טובה אז מ'האט ב"ה צוגעפאסט א לונג פאר אים און מ'קען זיך שוין גרייטן דורכצופירן דעם טראנספלאנט, ויהי לו לישועה!
אידן וואס האבן זיך געדרייעט אין די סביבה פון חוסטער רבי'ן זצוק"ל ווייסן צו דערציילן פון שטוינענדע ישועות ווי אזוי אידן זענען ביי אים געהאלפן געווארן מיט רפואות, שוין נאכדעם וואס דער דאקטאר האט זיי דיאגנאזירט מיט דעם ערגסטן ל"ע. איינמאל און נאכאמאל האט זיך ארויסגעוויזן ווי זיין ברכה איז מקוים געווארן אין גייסט פון 'צדיק גוזר והקב"ה מקיים'.
אין די יעצטיגע טעג, צום צווייטן יארצייט הבעל"ט, גרייטן זיך תלמידים וחסידים פון רבי'ן און ראש ישיבה, צוו בויען א אהל אויף זיין ציון הקדוש, ווי עס פאסט פאר א צדיק נשגב ווי אים, און גלייכצייטיג פאר די באקוועמליכקייט פון מאסן אידן וואס קומען דורכ'ן יאר שופך שיח זיין על מקום מנוחתו, זיי זאלן זיין באשיצט ווינטער פון קעלט און זומער פון היצן.
ואהל ישרים יפריח! טייערע אידן, תלמידים, חסידים און מעריצים, נעמט א חלק אין די עבודת הקודש פון אויפשטעלן א אהל אויפ'ן ציון הק' פון חוסטער רבי זצוק"ל, א מקום קדוש וואס וועט אויף אייביג זיין א תל תלפיות פאר כלל ישראל, וואו אידן וועלן זיך אויסבעטן כל מיני ישועות ורחמים.
אין דעם זכות וועט איר אליין געהאלפן ווערן מיט כל משאלות לבכם לטובה, און זכותו הגדול פון רבי'ן זצוק"ל וועט באגלייטן אייך און אייער משפחה לאורך ימים ושנים.