Welcome To My Donation Page

Nusson Yoel Stern

Member of Project 213P - $3,376
total raised
0
goal
3600
איך שרייב דא צו אייך וועגן צוויי פון מיינע קאזינס וואס האבן ליידער נאכנישט זוכה געווען צי קינדער.

נאכ'ן הערן פון די געוואלדיגע ישועות וואס מענטשן האבן זוכה געווען דורך העלפן בויען א מקוה וואס ברענגט משפחות צו טהרה האבן מיר זיך געוואנדן צו די ארגאנאזאציע מקוה יו.עס. עי. און געפרעגט וועלכע מקוה דארף דרינגענד הילף. מיר זענען געווען ערשיטערט צו הערן אז אין די געגענט פון מיל בעסין וואס איז דרייסיג מינוט פון בארא פארק געפינט זיך נישט קיין מקוה! עס איז אומבאשרייבליך וויפיל מכשולות דאס פארשאפט.

עס זענען דא פיל משפחות וואס עסן כשר,היטן שבת, און שיקן די קינדער צו א Hebrew Day School און זענען אימוויסנד פון די הלכות פון טהרת המשפחה. עסקנים וואס קענען זיך אויס אין די געגענט זענען מבטיח אז אויב די שטאט וועט פארמאגן אן אהערגעשטעלטע, שיינע געבויטע און מאדערנעזירטע מקוה, וועלן הינדרעטער משפחות אנהייבן צו היטן טהרת המשפחה! די זכותים וואס מיר קענען זיך איינקויפן און די אחריות וואס ליגט אויף אונז איז אומשאצבאר.

לטובת מיין קאזין האב איך זיך אונטער גענומען צי שאפן $3,600.וואלט איר געקענט מיטשפירן אונזער צער און מנדב זיין ברייטהארציג פאר די מקוה? דאס וועט זיין א געוואלדיגע זכות פאר אייך און אייער משפחה און אזוי אויך פאר מיין קאזין בעזרת השם.

לאמיר ווייזן פאר הקב"ה אז מיר טוען וואס מיר קענען צו פארשפרייטן קדושה ביי כלל ישראל. דער אייבערשטער וועט אונז זיכער נישט שולדיג בלייבן. לאמיר אויך געדענקען אז דורך שענקן א ברייטהארציגע נדבה לזכות אלימלך משולם זושא יצחק בן טויבא וזו' שפרה מירל בת יוטא מלכה שיחיו און סיני יהודא בן שרה וזו' חי' בת הינדא רחל דבורה שיחיו טוען מיר זיי מזכה זיין מיט הונדערטער הייליגע ריינע נשמה'לעך לעולמי עד!

ווי עס שרייבט מיט התרגשות און ווארט אויף אייער תשובה.

נתן יואל שטערן
Visit My Team Page
Comments