Donate Now
Yidel Kleinman
Total Raised
$2,118
Goal: $2,000
א גוט יאר.
איך בין א וואלונטיר פאר *אחים ביחד*, די חסידישע אפטיילונג פון די חשוב'ע ארגענעזאציע חי לייפליין. אונזער ציל איז צו מאכן יעדעס קינד וואס איז ל״ע נישט געזונט מיט סיי וועלכע מחלה זאל שפירן פונקט ווי א געזונט קינד, איר זאלט דאס קיינמאל נישט וויסן! אבער ליידער ווייס איך יא, פון משפחות מיט נישט געזונטע קינדער, קינדער מיט לעבנסלענגליכע דיסעביליטי'ס, א.א.וו., און וואס זיי גייען דורך יעדען טאג זיי קענען נישט גיין אין חדר אייביג צי ווייל זיי דארפען גיין אין שפטאל צי ווייל זיי פילן נישט גוט און זיי קענען נישט פארן אויף קיין טריפ׳ס ווען זייער חדר אדער משפחה פארט אדער גיין אין קעמפ. און וואס זייער משפחה און געשוויסטער גייען דורך.
וועגן דעם טוט אחים ביחד צושטעלן וואלונטירס צי עס איז אין שפטאל צי שפילן מיטן קינד אז די עלטערן זאל קענען אהיים גיין צו די אנדערע קינדער און די שטוב זאל נישט צעפאלן, זאל עס זיין בייטאג, ביינאכט, שבת אדער יום טוב, צי גיין פארבערגען מיט די קינד אינדערהיים אדער ארויסנעמען דאס קינד פאר א פאר שעה.

און אויך מאכט אחים ביחד טריפס פאר זיי און שבתון'ס.

אויך איז יעדע זונטאג דא א פראגראם פאר די געשוויסטער אין יעדע געגעט די באוואוסטע *I-shine* וואס שטעלן צו טריפס און שבתון'ס פאר זיי און אויך פאר די גאנצע משפחה.
לעצטנס איז אבער געווארן שווערע צייטן ווייל ליידער זענען צוגעקומען זייער אסאך נייע קינדער וואס מ'דארף זיך מיט זיי אפגעבן און כאטש די געטרייע וואלונטירן וועלכע גייען אין די שפיטעלער טוען עס שלא על מנת לקבל פרס, קאסט דאס אבער אפ א ים מיט געלט ווייל *אחים ביחד* שפארט נישט קיין געלט ווען עס קומט צו פארלייכטערן פאר די קינדער. איז בעט איך דיר, ביטע העלף מיר ארויס אין העלפען די וואס דארפן הילף!

View All 1324 Raisers
We Did It!
View Full Campaign
Soldiers
19,629 Supporters Enlisted

This campaign is now over. This account is no longer active.

For any inquiries please contact [email protected]

© 2024 Duvys Media | Privacy Policy